הלכות לשון הרע, כלל ז', סעיף ה'דער דין אַז מען מעג גלייבן לשון הרע נאָר כדי חושש צו זיין, איז ביי אַ סתם איד. אָבער אויב ער איז מוחזק פאַר אַ רשע וואָס איז עובר אויף באַוואוסטע איסורים, ווי למשל שבת – אויף אַזאַ מענטש מעג מען מקבל זיין לשון הרע.