הלכות חפץ חיים
הלכה 103 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ז', סעיף ד'

און דער זעלבער דין איז, אויב עס איז אַרויס אַ קול אויף איינעם אַז ער האָט געטאָן אַ מעשה אָדער גערעדט אַ זאַך וואָס איז נישט כראוי לויט דער תורה – סיי אַן איסור קל און סיי אַן איסור חמור – טאָר מען עס נישט אָננעמען און גלייבן, נאָר בלויז חושש זיין ביז די זאַך וועט זיך קלאָר ווערן. און על אחת כמה וכמה זאָל ער זיך זייער היטן, אויב ער וויל עס דערציילן פאַר אַנדערע, ער זאָל נישט האָבן די כוונה איבערצוגעבן דעם קול ווייטער און עס נאָך מער אויסצופּויקן.