הלכות חפץ חיים
הלכה 102 / 215

הלכות לשון הרע, כלל ז', סעיף ג'

אַזוי ווי מען טאָר נישט מקבל זיין לשון הרע ווען מען האָט עס געהערט פון איינעם, אַזוי איז דער דין אויב מען האָט עס געהערט פון צוויי אָדער מער. און אַפילו אויב זיי האָבן אים דערציילט אַ זאַך וואָס די דערציילער ווערן נישט קיין רשעים דערפאַר וואָס זיי האָבן עס דערציילט, אויב דער סיפור איז אמת – פונדעסטוועגן טאָר מען נישט גלייבן און באַשליסן אַז עס איז אמת, ווייל אַ "עדות" איז נאָר חל אין בית דין, אָבער אַרויס פון בית דין נישט. און אויב זיי האָבן דערציילט אַ שקר אַרויס פון בית דין, הייסן זיי נישט קיין עדי שקר, נאָר סתם מוציאי שם רע.

און דאָס אַלץ איז צו באַשליסן; אָבער חושש צו זיין מעג מען, אַפילו ווען מען האָט עס געהערט נאָר פון איינעם.