הלכות רכילות, כלל א', סעיף ג'
וויס, אַז דער איסור פון רכילות איז אַפילו אויב ער האָט נישט אין זינען אין זיין האַרצן אַריינצוברענגען שנאה אויף פלוני. און אַפילו אויב לויט זיין אייגענער מיינונג האָט פלוני רעכט געטון וואָס ער האָט גערעדט אויף אים אָדער אים געטון די זאַך.
למשל, שמעון מוסר'ט ראובן איבער אַ זאַך וואָס ער האָט אים געטון, און ראובן פאַרענטפערט זיך אַז ער איז גערעכט, און אַפילו יהודה איז מסכים מיט אים. אויב ער שאַצט אָפּ אַז עס וועט אַריינקומען שנאה אין שמעונס האַרצן אויף יהודה – איז אסור צו זאָגן פאַר ראובן אַז יהודה איז מסכים מיט אים. הגם לויט זיין מיינונג האָט יהודה גאָרנישט קיין עוול געטון ווען ער איז מסכים מיט אים, ווייל ער אַליין האַלט אַז ער אַליין איז גערעכט.