הלכות רכילות, כלל א' סעיף א' ב'
סעיף א':
דער וואָס גייט רכילות אויף זיין חבר איז עובר אויף אַ לא תעשה, ווי עס שטייט "לא תלך רכיל בעמך" (דו זאָלסט נישט גיין רכילות צווישן דיין פאָלק). און עס איז אַ גרויסער עוון, און עס ברענגט צו הרג'ענען אַ סך נפשות פון כלל ישראל. דערפאַר איז נסמך דערצו "לא תעמוד על דם רעך" (דו זאָלסט נישט שטיין ביים בלוט פון דיין חבר). גיי אַרויס און לערן וואָס עס איז געשען פון דער רכילות פון דואג האדומי, אַז דורך דעם איז נוב, די שטאָט פון די כהנים, אומגעבראַכט געוואָרן. און דער לאו וואָס מיר האָבן געשריבן איז דאָס וואָס די תורה האָט בפירוש געשריבן אויף דעם איסור פון רכילות. אָבער אויך אָן דעם איז מען אַמאָל עובר אויף אַ סך אַנדערע לאוין און עשין, ווי עס איז מבואר אין דער פתיחה פון ספר.
סעיף ב':
ווער הייסט אַ רכיל? דער וואָס טראָגט ווערטער פון איינעם צום אַנדערן, און גייט און זאָגט "אַזוי האָט פלוני געזאָגט אויף דיר", "אַזוי האָט פלוני דיר געטון", "אַזוי האָב איך געהערט אויף אים אַז ער האָט דיר געטון", "אַזוי האָב איך געהערט אויף אים אַז ער וויל דיר טון". אַפילו אויב עס איז נישטאָ קיין גנות אין דער מעשה אַליין, און פלוני וואָלט עס געזאָגט אַפילו אין זיין פנים, און ווען מען וואָלט געפרעגט פלוני אַליין וואָלט ער עס נישט אָפּגעלייקנט, פונדעסטוועגן הייסט דאָס רכילות.