הלכות לשון הרע, כלל י', סעיף י"ז
אויב ראובן איז געשעדיגט געוואָרן, און ראובן קומט און פרעגט שמעון "ווער האָט געטון דעם שאָדן?", אַפילו אויב ער פאַרשטייט אַז ראובן חושד אים אַז ער האָט געמאַכט דעם שאָדן, איז אסור אים צו אַנטפּלעקן ווער עס האָט עס געטון. נאָר ער זאָל ענטפערן "איך האָב עס נישט געטון". און דאָס אַלץ איז פון שורת הדין. אָבער לפנים משורת הדין איז ראוי פאַר אַ בעל נפש אַז ער זאָל זיך אויסדרייען און אַרויפלייגן די שולד אויף זיך אַליין. אַזוי ווי עס ווערט געבראַכט אין סנהדרין (י"א.) אַז עטליכע תנאים האָבן אַרויפגעלייגט די שולד אויף זיך אַליין אַנשטאָט צו זאָגן אַז זיי האָבן נישט געטון די מעשה, כדי מען זאָל נישט געוואויר ווערן ווער דער חוטא איז און ער זאָל זיך נישט שעמען.
תם ונשלם חלק ראשון פון ספר חפץ חיים.