הלכות חפץ חיים
הלכה 147 / 215

הלכות לשון הרע, כלל י', סעיף ט"ז

און פון דעם אַלעם לערנען מיר אָפּ ווי גרויס דער טעות איז פון מענטשן וואָס דערציילן לשון הרע אויף זייערע חברים מיט דער תירוץ אַז דער חבר האָט אויך גערעדט לשון הרע אויף זיי. און עס איז אַ גרויסער טעות צוליב עטליכע טעמים.

א. ווייל עס איז אסור צו גלייבן אַז פלוני האָט גערעדט לשון הרע אויף אים.

ב. אַפילו אויב עס איז אמת אַז ער האָט גערעדט אויף אים, האָט ער גאָר קיין היתר נישט צו רעדן לשון הרע אויף אים.