הלכות חפץ חיים
הלכה 158 / 215

הלכות רכילות, כלל א', סעיף י"א

וויס נאָך, אַז עס איז נישטאָ קיין חילוק אין דעם איסור פון רכילות צי ער דערציילט אים בפירוש מיט'ן מויל וואָס איינער האָט אים געטון אָדער גערעדט אויף אים, אָדער ער דערציילט אים אין אַ בריוו. און עס איז נישטאָ קיין חילוק צי ער דערציילט אים אַז פלוני האָט אים מגנה געווען, אָדער ער דערציילט אים אַז פלוני האָט מגנה געווען זיין סחורה. ווייל דורך דעם ברענגט ער אַריין שנאה אין זיין האַרצן אויף אים.