הלכות חפץ חיים
הלכה 157 / 215

הלכות רכילות, כלל א', סעיף י'

עס איז אסור צו דערציילן רכילות אויף אַ שווינדלערישן אופן. למשל ער ווייסט אַז פלוני האָט געטון אַן עוול צו זיין חבר, און עס איז געווען אַ קריג צווישן זיי דערויף, און ער וויל אויפוועקן דעם אַלטן מחלוקת, און ער וויל אַז זיין חבר זאָל נישט באַמערקן אַז ער וועקט ווידער אויף דעם קריג. דערפאַר דערמאָנט ער דעם גנות אָדער דאָס שלעכטס וואָס מען האָט געטון צו זיין חבר, ווי ער וואָלט גערעדט לפי תומו און ווייסט נישט ווער עס האָט געטון דעם עוול צו זיין חבר. און דורך דעם דערמאָנט זיך זיין חבר אַז פלוני האָט אים געטון דעם עוול – איז אסור צוליב דעם איסור פון רכילות.