הלכות רכילות, כלל א', סעיף ט'
און וויס, אַז אַפילו אויב ער דערציילט נישט פאַר זיין חבר דעם נאָמען פון דעם מענטש וואָס האָט גערעדט אויף אים, נאָר ער דערציילט סתם, און דורך זיין דערציילונג ווערט זיין חבר נאָכדעם געוואויר ווער עס האָט גערעדט אויף אים; אָדער זיין חבר האָט אַליין געוואוסט וואָס מען האָט אים געטון, נאָר ער האָט נישט געוואוסט ווער עס האָט אים געטון, און דורך זיין רמז ווערט זיין חבר געוואויר ווער דאָס איז – איז אויך אסור צוליב דעם איסור פון רכילות.