הלכות רכילות, כלל א', סעיף ח'
אויב זיין חבר פרעגט אים "וואָס האָט פלוני גערעדט אויף מיר?", איז עס תלוי. אויב ער האָט אַן עצה וואָס אים צו ענטפערן אויף אַן אופן אַז עס זאָל נישט זיין קיין גאַנצער שקר, און אויך נישט זיין קיין רכילות – זאָל ער אים ענטפערן אויף אַזאַ אופן, און ער זאָל נישט אַרויסלאָזן קיין שקר פון זיין מויל.
אָבער אויב ער פאַרשטייט אַז זיין חבר וועט נישט אָננעמען אַזאַ ענטפער, איז מותר צו זאָגן אַ גאַנצן שקר מפני השלום, אָבער ער זאָל חס ושלום נישט שווערן אויף אַ שקר.