הלכות רכילות, כלל ה', סעיף ד'
און וויס, אַז אַלע כללים וואָס מיר האָבן געשריבן אין חלק א' אין כלל ו' ביי קבלת לשון הרע וועגן חושש זיין, דער זעלבער דין איז ביי עניני רכילות. דערפאַר דאַרף מען זיך זייער היטן, אויב ער האָט געהערט אַז זיין חבר וויל אים שעדיגן אָדער האָט אים געטון אַ שאָדן, איז אסור צו גלייבן, נאָר בלויז אויף אַן אופן פון אַ חשש בעלמא. דהיינו נאָר זיך צו היטן פון אים, אָבער נישט אַז ער זאָל זיין מסופק צי עס איז אמת אָדער נישט. ווייל מען שטעלט אַ מענטש אַוועק בחזקת כשרות, און מן הסתם האָט ער אים נישט געטון קיין שלעכטס. און עס איז אסור אים צו טון קיין שום שלעכטס, אָדער שאָדן אָדער בזיון, און אַפילו נאָר אים צו האַסן אין האַרצן. און כל שכן אַז ער איז נישט פטור צוליב דעם וואָס ער האָט געהערט פון דעם וואָס ער איז מחויב צו דעם מענטש. און ער איז אים נאָך אַלץ מחויב אַלע טובות וואָס ער איז מחויב צו יעדן איד. ווייל אַלץ וואָס מען מעג חושש זיין איז נאָר כדי צו היטן זיך אַליין אויף להבא, אָבער נישט אין קיין שום אַנדער ענין.