הלכות חפץ חיים
הלכה 174 / 215

הלכות רכילות, כלל ה', סעיף ז'

און אויב ער איז שוין עובר געווען און האָט מקבל געווען רכילות, איז דער תיקון אַז ער זאָל זיך מתחזק זיין און אַרויסנעמען די ווערטער פון זיין האַרצן. און אַפילו אויב עס איז אים שווער צו טראַכטן אַז אַלץ איז אויסגעטראַכט, זאָל ער טראַכטן אַז אפשר האָט דער מספר צוגעלייגט אָדער אַוועקגענומען אַ קליינעם פרט, וואָס דורך דעם האָט זיך די מעשה געטוישט פון שלעכט צו גוט. און ער זאָל מקבל זיין אויף זיך אויף להבא מער נישט מקבל צו זיין לשון הרע און רכילות, און ער זאָל זיך מתוודה זיין. און דערמיט וועט ער פאַרריכטן דעם איסור, סיידן ער האָט עס שוין דערציילט פאַר אַנדערע.