הלכות חפץ חיים
הלכה 173 / 215

הלכות רכילות, כלל ה', סעיף ו'

און עס איז דאָ נאָך אַ חלק אין דעם איסור פון קבלת רכילות. אַז אויב עס איז אים קלאָר געוואָרן אַז דאָס וואָס מען האָט דערציילט אויף פלוני אַז ער האָט אים געטון אַזוי און אַזוי איז אמת, אָבער עס איז דאָ אַ צד צו דן זיין לכף זכות אַז פלוני האָט נישט געהאַט קיין כוונה אים צו טון שלעכטס, און ער, דער מקבל, האָט אויסגעקליבן נישט דן צו זיין לכף זכות, און דורך דעם איז די מעשה אַרויסגעקומען לרעה – הייסט ער אַ מקבל רכילות.