הלכות חפץ חיים
הלכה 176 / 215

הלכות רכילות, כלל ו', סעיף ב'

עס איז אסור מקבל צו זיין רכילות אַפילו אויב מען האָט אים געזאָגט אין פנים "דו האָסט גערעדט אויף פלוני אַזוי און אַזוי". פונדעסטוועגן איז זיין שווייגן נישט קיין ראיה אַז ער האָט טאַקע געזאָגט אויף אים אַזוי און אַזוי. און אַפילו ווען עס איז אַ מענטש וואָס בדרך כלל איז נישט זיין שטייגער צו שווייגן, איז נישטאָ קיין ראיה פון דעם וואָס ער האָט געשוויגן. ווייל אפשר האָט ער דאָס מאָל באַשלאָסן זיך מתגבר צו זיין אויף זיין טבע און צו שווייגן. אָדער ער מיינט אַז סיי ווי, אַפילו אויב ער וועט אָפּלייקענען וועט עס אים נישט העלפן, און מען וועט פונדעסטוועגן גלייבן דאָס וואָס מען האָט אויף אים דערציילט.