הלכות חפץ חיים
הלכה 179 / 215

הלכות רכילות, כלל ו', סעיף ה', ו'

דער איסור פון קבלת רכילות איז אויך ווען ער האָט געהערט פון אַ מענטש וואָס איז ביי אים נאמן ווי צוויי עדים. און אַפילו ווען עס איז נישטאָ קיין שום צד זכות.

און דאָס אַלץ איז ווען עס איז נישטאָ קיין תועלת אויף דער צוקונפט, אָבער אויב עס איז דאָ אַ תועלת אַז ער זאָל וויסן זיך צו היטן אויף דער צוקונפט, מעג ער מקבל זיין און גלייבן, אָבער נישט דערציילן פאַר אַנדערע. סיידן עס איז דאָ אַ תועלת ווען ער וועט זיי דערציילן.

און דאָס אַלץ איז ווען ער האָט אים דערציילט וואָס ער האָט אַליין געזען, אָבער אויב ער האָט געזאָגט אַז ער האָט געהערט פון אַנדערע, איז נישטאָ קיין היתר אים צו גלייבן, און ער איז ווי יעדער אַנדער מענטש וואָס האָט אים דערציילט.

און דער גאַנצער היתר איז נאָר ביי אַ מענטש וואָס ער קען גוט און גלייבט אים אַלעמאָל ווי די עדות פון צוויי עדים. אָבער אויב אין אַנדערע זאַכן גלייבט ער אים נישט, און נאָר ביי רכילות איז אים באַקוועם אים צו גלייבן, איז זיכער אַז עס איז דאָ אין דעם אַן איסור פון קבלת לשון הרע און רכילות.