הלכות חפץ חיים
הלכה 180 / 215

הלכות רכילות, כלל ו', סעיף ז'

און דאָס אַלץ איז געווען אין דער צייט פון דער גמרא, אָבער היינטיגע צייטן האָט מען פסק'נט אַז אַ מענטש טאָר נישט זאָגן אַז פלוני איז ביי אים נאמן ווי צוויי עדים. דערפאַר איז אסור אין אַזאַ פאַל מקבל צו זיין, נאָר חושש צו זיין.

און ווי שטאַרק עס טועה'ן זיך די מענטשן וואָס היטן זיך פון לשון הרע און רכילות, אָבער ווען זיי הערן פון זייער משפחה גלייבן זיי, ווייל זיי וועלן זיי זיכער נישט אָפּנאַרן. און דאָס איז אַ טעות, ווייל עס איז נישטאָ קיין חילוק צי דער מספר איז ביי אים נאמן אָדער נישט.