הלכות חפץ חיים
הלכה 181 / 215

הלכות רכילות, כלל ו', סעיף ח' ט'

עס איז אסור מקבל צו זיין רכילות אַפילו ווען דער מספר האָט דערציילט לפי תומו און האָט נישט געמיינט אויפצוועקן קריגערייען.

און אויב ער האָט געזען ביי דעם וואָס מען האָט אים דערציילט אַז ער האָט גערעדט שלעכטס אויף אים, דברים הניכרים אַז ער האָט עס טאַקע געטון, מעג ער גלייבן ווען עס קומען צוזאַמען פינף תנאים.

1. אַז עס זאָל גאָר נישט זיין קיין צד צו דן זיין לכף זכות.

2. אַז עס זאָלן זיין ממש דברים הניכרים, און נישט נאָר אַ ביסל ניכר.

3. אַז ער זאָל אַליין זען די דברים הניכרים.

4. אַז ער זאָל האָבן פון וויסן די מעשה אַ תועלת אויף להבא.

5. ער מעג נאָר אַליין גלייבן, אָבער נישט דערציילן פאַר אַנדערע, און זיכער נישט אים מפסיד זיין אין געלט אָדער אים שלאָגן.