הלכות רכילות, כלל ו', סעיף י'
און אַ סך ווערן דערין נכשל. אַז אויב זיי האָבן אַ שאָדן פון אַ מסירה, און זיי האָבן דברים הניכרים אויף עמיצן אַז ער האָט עס געטון, גייען זיי און מוסר'ן אויף אים. און עס איז אסור צוליב צוויי סיבות.
1. מען מעג מוסר'ן נאָר אויב עס וועט זיין אַ תועלת אויף להבא אַז דער אַנדערער זאָל מער נישט מוסר'ן אויף אים, אָבער נישט כדי נקמה צו נעמען.
2. ווייל דער גאַנצער היתר איז נאָר אויב ער האָט אַליין געזען אַז ער האָט אויף אים מוסר'ט, אָבער עס איז נישט גענוג זאַכן וואָס ווייזן אויס אַז ער האָט אויף אים מוסר'ט. און זיכער ווען ער האָט נאָר געהערט פון אַנדערע, אַז עס איז אסור צו גלייבן, און זיכער נישט אים צו שעדיגן אין געלט.