הלכות חפץ חיים
הלכה 183 / 215

הלכות רכילות, כלל ז', סעיף א'

עס איז נישטאָ קיין חילוק ביי רכילות צי דער מספר איז אַ מאַנספּערשוין אָדער אַ פרוי, אַ קרוב אָדער אַ פרעמדער. און אויך אויב איינער האָט געהערט איינעם זאָגן גנאי־ווערטער אויף זיין טאַטע און מאַמע און האָט עס זיי אַנטפּלעקט, איז עס אויך בכלל רכילות. און עס איז נישטאָ קיין חילוק צי דער וועגן וועמען מען האָט דערציילט די רכילות איז אַ מאַנספּערשוין אָדער אַ פרוי, אַ קליינער אָדער אַ גרויסער.

און עס זענען דאָ מענטשן וואָס ווערן דערין נכשל. ער זעט צוויי יונגלעך שלאָגן זיך, און גייט צום טאַטן פון איינעם פון זיי און דערציילט אים ווי אַזוי פלוניס זון האָט געשלאָגן זיין זון. און נאָכדעם שלאָגט יענער פלוני דאָס קליינע יונגל וואָס האָט זיך געקריגט מיט זיין זון, און עס ווערט אַ מחלוקת מיט'ן טאַטן פון דעם יונגל. און אַפילו אויב ער ווייסט בבירור אַז פלוניס זון איז גערעכט אין דעם קריג, איז אסור צו דערציילן, סיידן עס קומען צוזאַמען אַלע תנאים (וואָס ווערן געבראַכט אין כלל ט').