הלכות חפץ חיים
הלכה 184 / 215

הלכות רכילות, כלל ז', סעיף ב'

דער איסור רכילות איז אויך אויף אַן עם הארץ, ווייל ער איז בכלל "עמיתך". אָבער אַלס איינס, צו דערציילן אויף אַ תלמיד חכם איז נאָך חמור'ער צוליב עטליכע סיבות.

א. ווייל מן הסתם איז די רכילות אַ שקר, ווייל אַ תלמיד חכם טוט מן הסתם נישט קיין שלעכטס און איז נישט מגנה אַ מענטש סתם אַזוי.

ב. עס איז דאָ אַ ציווי מכבד צו זיין תלמידי חכמים און זיך צו דבק'ן אין זיי, און על אחת כמה וכמה נישט אויפצוועקן קריגערייען אויף אים, וואָס דאָס איז דער היפך פון זיך דבק'ן אין אים.

ג. ווייל עס וועט אַריינקומען מער שנאה אין האַרצן פון דעם וועגן וועמען מען האָט דערציילט די רכילות, ווען ער הערט אַז אַ תלמיד חכם האָט אויף אים דערציילט. און עס וועט אַריינקומען אין זיין האַרצן שנאה אויף אים.