הלכות רכילות, כלל ז', סעיף ג'
עס איז נישטאָ קיין חילוק צי ער דערציילט די רכילות פאַר דעם מענטש אַליין, אָדער ער דערציילט פאַר זיין ווייב אָדער זיינע קרובים, הגם זיי וועלן אים נישט אַנטפּלעקן. ווייל די פרוי און די קרובים ווערן זיכער ברוגז אויף דעם וועגן וועמען מען האָט דערציילט די רכילות, און עס איז בכלל רכילות.