הלכות רכילות, כלל ז', סעיף ד'
עס איז נישטאָ קיין חילוק צי ער דערציילט רכילות אויף אַ איד פאַר אַ איד, אָדער אויף אַ איד פאַר אַ גוי. און למעשה, ווען ער האָט דערציילט רכילות פאַר אַ גוי איז זיין עוון נאָך חמור'ער, ווייל עס קען אַרויסקומען פאַר דעם איד אַ שאָדן אָדער צער פון דער מעשה. און עס זענען דאָ מענטשן וואָס ווערן דערין נכשל, און זיי געפינען אַ פעלער פאַר אַ גוי אין אַ סחורה וואָס ער האָט געקויפט ביי אַ איד.