הלכות חפץ חיים
הלכה 188 / 215

הלכות רכילות, כלל ח', סעיף א'

עס זענען דאָ אַ סך נאָך זאַכן וואָס זענען אסור מחמת אבק רכילות. און איך וועל באַלייכטן עטליכע פעלער בקיצור, און דער משכיל וועט פאַרשטיין וואָס דער דין איז אין ענליכע פעלער.

למשל דער וואָס דערציילט פאַר זיין חבר ווי מען האָט געפרעגט פלוני אויף אים, און ער האָט געענטפערט: "שווייגט, איך וויל נישט זאָגן וואָס עס איז געווען מיט אים", און ענליכע פעלער. וואָס פון פלוניס ווערטער איז משתמע אויף אים אַ גנאי, וואָס ער וויל נישט דערציילן וואָס מיט אים הערט זיך. דאָס איז בכלל אבק רכילות.