הלכות חפץ חיים
הלכה 189 / 215

הלכות רכילות, כלל ח', סעיף ב' ג'

און אויך דער וואָס לויבט איינעם פאַר זיין חבר, אין אַ פאַל וואו דורך דעם וועט דער חבר האָבן טענות אויף יענעם, און דורך דעם וועט אַרויסקומען שלעכטס פאַר דעם וואָס מען האָט אויף אים דערציילט דעם לויב – זעט אויס אַז עס איז בכלל רכילות.

דערפאַר דאַרף מען זיך היטן פון לויבן ראובן פאַר זיין שותף שמעון, אָדער פאַר אַ פרוי פאַר איר מאַן, ווי זיי האָבן אים געטון אַ טובה וואָס זיי האָבן אים געליען געלט, אָדער באַצאָלט זיין שכירות אין דער צייט. ווייל דער שותף קען ברוגז ווערן וואָס ער האָט באַצאָלט דעם אַרבעטער, ווייל אפשר וויל ער נישט באַצאָלן. און אַמאָל קען פון דעם אַרויסקומען אַ ממש'דיגער שאָדן פאַר דעם שותף.

און אַזוי אויך קען דער מאַן האָבן טענות אויף זיין ווייב אַז זי איז אַ פאַרשווענדערין מיט זיין געלט. דערפאַר איז אסור צו דערציילן שבחים אין אַזאַ פאַל צוליב אבק לשון הרע.

און אויך דאַרף מען זיך היטן ווען ער בעט פון זיין חבר אַ טובה, און זיין חבר ענטפערט אים אַז ער קען אים נישט טון די טובה, אַז ער זאָל נישט דרינגען: "פאַרוואָס האָסטו יאָ געטון פאַר פלוני די טובה, און ער אַליין האָט מיר דערציילט?". ווייל עס טרעפט זיך אַז אין אַזאַ פאַל וועט שמעון ברוגז ווערן אויף דעם וואָס ער האָט אים געטון די טובה, פאַרוואָס ער האָט דערציילט פאַר מענטשן וועגן דער טובה וואָס ער האָט אים געטון.