הלכות חפץ חיים
הלכה 190 / 215

הלכות רכילות, כלל ח', סעיף ד'

עס זענען דאָ נאָך זאַכן וואָס זענען אסור מחמת אבק רכילות. למשל ווען דאָס וואָס מען דערציילט איז נישט קיין גנאי־זאַך, אָבער דער שטייגער פון מענטשן איז אַ ביסל מקפיד צו זיין ווען מען זאָגט עס אים אין פנים.