הלכות רכילות, כלל ח', סעיף ה'
און אַ מענטש איז מחויב צו באַהאַלטן אַ סוד וואָס זיין חבר האָט אים אַנטפּלעקט בסתר, אַפילו ווען אין אַנטפּלעקן דעם סוד איז נישטאָ קיין ענין פון רכילות. ווייל אין אַנטפּלעקן אַ סוד איז דאָ אַ שאָדן פאַר דעם בעל הסוד, און ער גייט קעגן דעם ווילן פון דעם וואָס האָט אים דערציילט דעם סוד. און אויך גייט ער דערמיט אַרויס פון גדר הצניעות.