הלכות חפץ חיים
הלכה 192 / 215

הלכות רכילות, כלל ט', סעיף א'

אויבן אין הלכות לשון הרע כלל י' האָבן מיר מבאר געווען אויף וועלכן אופן עס איז מותר צו דערציילן לשון הרע ווען איינער האָט זיך נישט געפירט ווי עס דאַרף צו זיין אין ענינים בין אדם לחברו, און דער מספר איז מכוון צו אַ תועלת. און יעצט וועלן מיר מבאר זיין אויף וועלכן אופן עס איז מותר צו דערציילן רכילות לכתחילה, ווען דער מספר איז מכוון מיט זיין דערציילן אַוועקצונעמען די שאָדנס.

אויב איינער זעט אַז זיין חבר וויל מאַכן אַ שותפות מיט איינעם, און ער שאַצט אָפּ אַז דורך דעם וועט אַרויסקומען פאַר זיין חבר אַ שאָדן, דאַרף ער אים זאָגן כדי אים צו ראַטעווען פון דעם שאָדן. אָבער דערצו דאַרף מען פינף תנאים.