הלכות חפץ חיים
הלכה 193 / 215

הלכות רכילות, כלל ט', סעיף ב'

און דאָס זענען די תנאים:

א. ער זאָל זיך זייער היטן נישט גלייך צו באַשליסן אַז עס וועט אַרויסקומען שלעכטס פאַר זיין חבר, נאָר ער זאָל זיך קודם גוט אַריינטראַכטן צי עס וועט טאַקע אַרויסקומען שלעכטס פאַר זיין חבר.

ב. אַז ער זאָל נישט מאַכן דאָס שלעכטס גרעסער ווי עס איז.

ג. אַז ער זאָל מכוון זיין נאָר צו דער תועלת אַוועקצונעמען די שאָדנס, און נישט פון שנאה צו יענעם וואָס וויל מאַכן די שותפות. (און עס איז אויך זייער וויכטיג אַז ער זאָל וויסן אַז דער וועמען ער דערציילט וועט אָננעמען זיינע ווערטער, און עס וועט קומען אַ תועלת. אויסער אַ פאַל וואו ער ווייסט אַז ער וועט זיך צו אים נישט צוהערן, און וועט מאַכן מיט יענעם די שותפות, און נאָך אַ צייט ווען ער וועט זיך אויפרעגן אויף דעם שותף וועט ער זאָגן צום שותף: פלוני האָט גוט געזאָגט אויף דיר אַז עס לוינט זיך נישט צו מאַכן מיט דיר אַ שותפות. און אַזוי מאַכט ער אים נכשל ווערן אין רכילות.)

ד. אויב ער קען אויפטון די תועלת אָן דעם וואָס ער דאַרף רכילות גיין אויף אים, איז אסור צו דערציילן.

ה. דאָס אַלץ איז נאָר מותר אויב עס וועט נישט זיין קיין ממש'דיגע רעה פאַר דעם נידון, נאָר עס וועט פון אים אַוועקגענומען ווערן די טובה וואָס דער אַנדערער וואָלט מיט אים געמאַכט אַ שותפות. אָבער אויב דורך דעם דערציילן וועט אים אָנקומען אַ ממש'דיגע רעה, איז אסור אים צו דערציילן. ווייל דערצו דאַרף מען נאָך תנאים (און זיי ווערן מבואר אין סעיף ה' ו'). און כל שכן אויב ער זעט אַז עס וועט אַרויסקומען פאַר דעם נידון מער שלעכטס ווי עס קומט אים לויט דעם דין, איז זיכער אסור צו דערציילן. און זע אין סעיף ה'.