הלכות רכילות, כלל ט', סעיף ג'
און יעצט וועלן מיר מבאר זיין נאָך אַ ענין וואָס עס איז נישטאָ דערין קיין איסור רכילות. למשל אויב ער האָט געהערט איינעם זאָגן: איך וועל טרעפן פלוני אין דעם און דעם אָרט, איך וועל אים שלאָגן, אָדער איך וועל אים מחרף ומגדף זיין. אָדער ער האָט פון אים געהערט אַז ער וויל אים שעדיגן אין געלט־ענינים.
איז עס תלוי. אויב דער מענטש איז מוחזק אַז ער האָט אַזוי געטון עטליכע מאָל צו אַנדערע מענטשן, אָדער ער זעט לויט דעם ענין אַז דאָס איז נישט קיין גוזמא און ער האָט טאַקע אין זינען אַזוי צו טון, דאַרף ער עס אַנטפּלעקן פאַר דעם וועגן וועמען מען האָט גערעדט. אפשר וועט ער אַזוי וויסן זיך צו היטן כדי צו פאַרמיידן דעם בזיון אָדער דעם שאָדן. אָבער ער דאַרף זיך אויך היטן אַז עס זאָלן נישט פעלן קיינע פון די פרטים וואָס מיר האָבן אויבן אויסגעשטעלט.