הלכות חפץ חיים
הלכה 19 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, יב

און אויב ער האלט אן א מחלוקת דורך זיין דערציילן, איז ער אויך עובר אויף דעם לאו (במדבר י"ז, ה') פון "ולא יהיה כקרח וכעדתו" – און ער זאל נישט זיין ווי קרח און זיין עדה; וואס דאס איז אן אזהרה נישט אנצוהאלטן קיין מחלוקת.