הלכות חפץ חיים
הלכה 18 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, יא

און דאס אלעס וואס מיר האבן געשריבן איז ביי איין מספר אדער איין הערער. אבער אויב ער טשעפעט זיך צו צו א חבורה פון רשעים און בעלי לשון הרע, כדי צו דערציילן און צו הערן פון זיי, איז ער אויך עובר אויף דעם לאו "לא תהיה אחרי רבים לרעת" – זאלסט נישט גיין נאך די מערהייט צום שלעכטן; וואס דאס איז אן אזהרה נישט מסכים צו זיין און זיך נישט צו פארבינדן מיט די וואס טוען עוולה, אפילו ווען זיי זענען א סך. און זע ווייטער, אות ו' ביי די מצוות עשה, אז ער איז אויך עובר אויף א מצות עשה פאר דער דאזיגער שלעכטער התחברות.