הלכות לשון הרע, פתיחה – לאוין, י
און אויב ער איז אויפגעשטאנען און האט אויף אים עדות געזאגט פאר א בית דין אויף א דבר איסור, אליין, איינער – ווייל עס קען דורך דעם נישט ארויסקומען קיין שום תועלת, נישט אין א ענין פון געלט און שבועה, און אויך נישט צו פסול'ן דעם מענטש פון זיין חזקת כשרות, ווייל ער איז נאר איין עד אין דער זאך – אויב אזוי איז ער בלויז א מוציא שם רע אויף אים, און ער איז עובר אויף דעם לאו פון "לא יקום עד אחד באיש לכל עון ולכל חטאת" – עס זאל נישט אויפשטיין איין עדות קעגן א מענטש פאר שום עוון און שום זינד; און דער בית דין דארף אים שמייסן מלקות פאר דעם.