הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, א
דער וואס דערציילט לשון הרע אויף זיין חבר איז עובר אויף דער מצות עשה (דברים כ"ד, ט') "זכור את אשר עשה ה' אלקיך למרים בדרך" וגו' – געדענק וואס השם דיין גאט האט געטון צו מרים אויפן וועג. וואס דער פסוק האט אונז געווארנט צו געדענקען וואס השם האט געטון צו מרים, הגם בסך הכל האט זי גערעדט אויף איר ברודער, וואס זי האט אים ליב געהאט ווי איר אייגן לעבן, און זי האט זיך מסכן געווען אים צו ראטעווען פון וואסער; און בסך הכל האט זי אים גלייך געשטעלט צו די אנדערע נביאים, און נישט ממש גערעדט זיין גנות; און זי האט נישט גערעדט פאר א סך מענטשן, נאר בלויז פאר איר הייליגן ברודער אהרן – דאך איז זי באשטראפט געווארן מיט צרעת. קל וחומר אז מענטשן וואס דערציילן די גנות פון זייערע חברים וועלן באשטראפט ווערן.