הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, ב
און ער איז דערצו אויך עובר אויף דער מצות עשה (ויקרא י"ט, י"ח) "ואהבת לרעך כמוך" – און דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי זיך אליין. ווארום דער וואס דערציילט לשון הרע אדער איז מקבל לשון הרע, האט זיכער נישט ליב זיין חבר; ווארום ער אליין וויל דאך נישט מען זאל דערציילן זיינע חסרונות, און זיכער וויל זיין חבר אויך נישט מען זאל דערציילן זיינע חסרונות.