הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, ג
א מאל איז מען ביים דערציילן לשון הרע אויך עובר אויף דער מצות עשה (ויקרא י"ט, ט"ו) "בצדק תשפט עמיתך" – מיט גערעכטיגקייט זאלסטו משפט'ן דיין חבר. למשל, ער האט געזען זיין חבר, אז מען קען אים דן זיין לכף חובה און זאגן אז ער האט געטון א שלעכטע זאך, אדער עס איז מעגליך אים דן צו זיין לכף זכות, און דעמאלט האט זיין חבר נישט דווקא געטון קיין שלעכטע זאך – איז א מצות עשה מן התורה דן צו זיין זיין חבר לכף זכות, אז לויט דעם האט זיין חבר נישט געטון קיין שלעכטע זאך. און דער וואס גייט און דערציילט לשון הרע אנשטאט דן צו זיין לכף זכות, אדער גלייבט דעם לשון הרע אנשטאט דן צו זיין לכף זכות, איז עובר אויף דער מצות עשה.