הלכות חפץ חיים
הלכה 28 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, ד

און אויב דורך דערציילן לשון הרע האט זיין חבר פארלוירן זיין פרנסה, למשל ער האט פארעפנטלעכט אויף זיין חבר אז ער איז נישט נאמן, אדער אז ער איז נישט קיין מומחה אין זיין פאך – איז ער עובר אויף דער מצות עשה (ויקרא כ"ה, ל"ה) "גר ותושב וחי עמך", און עס שטייט דערנאך "וחי אחיך עמך" – און דיין ברודער זאל לעבן מיט דיר. וואס מיר זענען באפוילן געווארן צו העלפן אידן געפינען פרנסה, כדי ער זאל נישט דארפן אנקומען צו צדקה; און על אחת כמה וכמה נישט גורם צו זיין אז ער זאל פארלירן זיין פרנסה.