הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, ה
א מאל איז דער מקבל לשון הרע עובר אויף דער מצות עשה (ויקרא י"ט, י"ז) "הוכח תוכיח את עמיתך" – דו זאלסט מוכיח זיין דיין חבר. למשל, ווען זיין חבר דערציילט אים לשון הרע אויף די גנות פון זיין חבר, און ער קען אים מוכיח זיין ער זאל אויפהערן דערציילן, און ער איז אים נישט מוכיח.