הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, ז
אויב ער רעדט לשון הרע אין בית המדרש אדער אין בית הכנסת, איז ער עובר אויף דער מצות עשה (ויקרא י"ט, ל') "ומקדשי תיראו" – און פאר מיין מקדש זאלט איר האבן מורא. און אונזער בית המדרש ווערט אויך גערעכנט פאר א מקדש. דעריבער טאר מען נישט מאכן חשבונות אין בית הכנסת, חוץ חשבונות פון א מצוה, ווי א קופה פון צדקה. און כל שכן אז עס איז אסור צו לאכן און צו רעדן דברים בטלים; און על אחת כמה וכמה אז עס איז אסור צו רעדן דארט לשון הרע און רכילות.
און אפילו די וואס לערנען תורה בקביעות אין בית המדרש, וואס זיי איז מותר צו עסן און טרינקען אין בית המדרש – אויב זיי רעדן דברי שחוק און ליצנות, אדער לשון הרע און רכילות, זענען זיי עובר אויף "ומקדשי תיראו".