הלכות חפץ חיים
הלכה 32 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, ח

און אויב ער האט דערציילט לשון הרע אויף א זקן, און האט אים פארשעמט אין זיין פנים, איז ער עובר אויף דער מצות עשה (ויקרא י"ט, ל"ב) "והדרת פני זקן" – און דו זאלסט מכבד זיין דעם פנים פון א זקן. וואס עס איז א מצוה צו רעדן צו אים בדרך כבוד, און ווען ער פארשעמט אים, איז ער אים זיכער נישט מכבד.

און ווער עס דערציילט לשון הרע אויף א חכם, אפילו ער איז נישט קיין זקן, איז אויך עובר אויף דער מצוה, ווייל "זקן" וואס דער פסוק רעדט מיינט אויך א חכם. און אויב ער איז סיי א זקן און סיי א חכם, איז ער עובר אויף דער מצוה צוויי מאל.