הלכות חפץ חיים
הלכה 33 / 215

הלכות לשון הרע, פתיחה – עשין, ט

דער וואס דערציילט לשון הרע אויף א כהן און פארשעמט אים דערמיט, איז עובר אויף דער מצות עשה (ויקרא כ"א, ח') "וקדשתו" – און דו זאלסט אים מקדש זיין. וואס מיר זענען באפוילן געווארן צו טון גרויס כבוד צו כהנים; און מיט דעם וואס ער דערציילט אויף אים לשון הרע, איז ער אים זיכער נישט מכבד דערמיט.