הלכות לשון הרע, כלל ב', סעיף ה'
מען האט דערציילט לשון הרע פאר דריי – בדרך כלל איז מען אין אזא פאל נישט עובר אויף דעם איסור פון לשון הרע ווען מען דערציילט ווייטער. און דאס אלעס איז ביי פשוט'ע מענטשן; אבער ווען די דריי זענען יראי אלקים, וואס היטן זיך פון דעם איסור פון לשון הרע, אדער אפילו נאר איינער פון זיי איז אזא – טאר מען נישט ווייטער דערציילן, ווייל עס איז נישט זיכער אז די מעשה וועט זיך אנטפלעקן. און אויך ווען איינער פון די דריי איז א פריינט אדער א קרוב פון דעם וואס מען דערציילט אויף אים, טאר מען נישט ווייטער דערציילן; ווארום זיכער וועט זיין פריינט אדער קרוב עס נישט ווייטער דערציילן, כדי נישט צו פארשוואַרצן זיין באקאנטן.