הלכות לשון הרע, כלל ב', סעיף ד'
און דער גאנצער היתר צו דערציילן ווען עס איז דערציילט געווארן פאר דריי, איז דוקא פאר איינעם פון די דריי וואס האבן געהערט. אבער דער וואס האט געהערט פון איינעם פון זיי אז מען האט עס דערציילט פאר דריי, טאר עס נישט ווייטער דערציילן; סיידן די מעשה איז אויף יעדן פאל שוין באקאנט געווארן צו דער גאנצער וועלט.
און אין צריך לומר, אויב ער ווייסט נישט פון זיך אליין צי די מעשה איז אמת, טאר ער זיכער נישט גלייבן דעם וואס האט אים דערציילט אז ער האט געהערט די מעשה פאר דריי. אבער אפילו ווען ער ווייסט אז ראובן האט דערציילט א גנאי אויף שמעון, נאר עס איז נישט באוואוסט צי עס איז געווען פאר דריי אדער נישט – טאר ער נישט דערציילן; ווייל מען איז חושש אז עס איז נישט דערציילט געווארן פאר דריי, און עס וועט זיך נישט אנטפלעקן.