הלכות לשון הרע, כלל ב', סעיף ג'
עס זענען דא וואס זאגן, אז ווען א מענטש האט דערציילט לשון הרע פאר דריי מענטשן – הגם דער מספר איז זיכער עובר געווען אויף דעם איסור פון דערציילן לשון הרע, אבער אויב איינער פון די דריי איז געגאנגען און האט עס דערציילט פאר אן אנדערן, איז ער נישט עובר אויף דעם איסור פון לשון הרע; ווייל אז דריי ווייסן דערפון, ווערט עס גערעכנט ווי די גאנצע וועלט ווייסט. און דוקא ווען ער האט עס דערציילט פאר זיין חבר בדרך מקרה, אבער נישט אז ער האט געהאט אין זינען אנטפלעקן די מעשה און אים נאך מער מגנה זיין.
און אפילו ווען ער דערציילט נישט אין נאמען פון דעם וואס האט אים דערציילט, נאר ער דערציילט אז מען הערט פשוט אזוי אויף פלוני, איז ער דאך עובר אויף דעם איסור פון לשון הרע.