הלכות לשון הרע, כלל ב', סעיף ב'
דער היתר וואס געפינט זיך ביי חז"ל צו דערציילן לשון הרע "באפי תלתא" (פאר דריי מענטשן), רעדט זיך ביים דערציילן א זאך וואס איז נישט קיין גנאי גמור, נאר מען קען עס פארשטיין אויף צוויי אופנים; און אזא זאך איז אפהענגיג אינעם טאן פון דעם מספר בשעת ער דערציילט. ווען ער דערציילט אזא זאך פאר דריי מענטשן, איז מותר; ווייל ער ווייסט אז די ווערטער וועלן זיכער אנקומען צו די אויערן פון דעם וואס ער דערציילט אויף אים, און דעריבער וועט ער דערציילן אויף א פאזיטיוון אופן.