הלכות לשון הרע, כלל ב', סעיף א'
עס איז אסור צו דערציילן לשון הרע אויף זיין חבר, אפילו ווען די ווערטער זענען אמת, און אפילו פאר איין מענטש. און וואס מער הערער עס זענען, אלץ גרעסער איז דער עוון פון דעם מספר; ווארום זיין חבר ווערט מער פארשעמט, ווייל זיין גנות ווערט באקאנט צו מער מענטשן; און אויך ווייל ער ברענגט מער מענטשן צו א מכשול פון הערן לשון הרע.