הלכות לשון הרע, כלל א', סעיף ח' ט'
דער איסור פון לשון הרע איז סיי ווען ער דערציילט אויף אים ממש מיטן מויל, און סיי ווען ער שרייבט עס אין א בריוו. און עס איז אויך נישט קיין חילוק צי ער דערציילט דעם לשון הרע בפירוש, אדער ער דערציילט עס בדרך רמז – אין אלע די אופנים איז דאס לשון הרע.
און וויס נאך, אז אפילו ווען ער האט זיך אליין מגנה געווען צוזאמען מיט דער גנות אויף זיין חבר, ווערט עס דאך גערעכנט פאר לשון הרע.