הלכות חפץ חיים
הלכה 46 / 215

הלכות לשון הרע, כלל א', סעיף ז'

אויב ער זיצט צווישן א חבורה מענטשן וואס רעדן פארבאטענע רייד, און ער האט נישט קיין וועג ארויסצוגיין פון זייער חברותא, און ווען ער וועט זיצן און שווייגן וועט ער אויסזען אין זייערע אויגן ווי א משוגענער – דאך איז זיכער אסור צו רעדן מיט זיי די פארבאטענע רייד. און אויף דעם האבן חז"ל געזאגט (עדויות ה', ו'): "מוטב לאדם שיקרא שוטה כל ימיו, ואל יקרא רשע שעה אחת לפני המקום" – בעסער פאר א מענטש ער זאל גערופן ווערן א נאר אלע זיינע טעג, און נישט גערופן ווערן א רשע איין שעה פאר דעם אייבערשטן. און ער זאל זיך מזרז זיין בשעת מעשה מיט אלע זיינע כחות צו שטיין אויף זיין נפש, און זיין הארץ זאל זיין פעסט און זיכער אז ער וועט באקומען דערפאר א פאסיגן שכר פון הימל; ווארום "לפום צערא אגרא" – לויט דעם צער איז דער שכר; און וואס מער מען צערט זיך צו מקיים זיין א מצוה, אלץ מער שכר באקומט מען.

און אויף דעם געהערט דער מאמר חז"ל: "כל רגע ורגע שאדם חוסם את פיו, זוכה לאור הגנוז שאין כל מלאך ובריה יכולים לשער" – יעדן איינציגן רגע וואס א מענטש פארהאלט זיין מויל, איז ער זוכה צו דעם באהאלטענעם ליכט וואס קיין מלאך און קיין באשעפעניש קען נישט אפשאצן.