הלכות חפץ חיים
הלכה 45 / 215

הלכות לשון הרע, כלל א', סעיף ו'

אפילו ווען ער זעט אז פון דעם וואס ער דערציילט נישט קיין גנאי אויף אידן און אנדערע פארבאטענע רייד, וועט אים ארויסקומען א גרויסער היזק אין זיין פרנסה – דאך איז אסור צו רעדן לשון הרע. למשל, ווען ער ארבעט ביי מענטשן וואס האבן נישט קיין יראת שמים, און זיי וועלן אפזאגן פון דער ארבעט דעם וואס איז נישט קיין בעל לשון הרע ווי זיי, און דורך דעם וועט ער נישט האבן קיין פרנסה פאר זיין הויזגעזינד – דאך איז עס אסור; אזוי ווי ביי אנדערע לאוין, וואס מען איז מחויב אוועקצוגעבן אלעס וואס מען פארמאגט, אבי נישט עובר צו זיין אויף זיי.