הלכות חפץ חיים
הלכה 44 / 215

הלכות לשון הרע, כלל א', סעיף ה'

עס איז נישט קיין חילוק ביים דערציילן לשון הרע, צי ער האט דערציילט פון זיך אליין, אדער זיין חבר האט זיך אויף אים געשטעלט און אים איבערגערעדט צו דערציילן ביז ער האט אים דערציילט – אין יעדן פאל איז עס אסור. און אפילו אויב זיין פאטער אדער זיין רבי, וואס ער איז מחויב אין זייער מורא, האבן אים געבעטן ער זאל זיי דערציילן א געוויסע זאך, און ער ווייסט אז אין דער זאך איז אריינגעמישט לשון הרע, אדער אפילו נאר אבק לשון הרע – טאר ער זיי נישט פאלגן.